רבי חנניא בן חכינאי

פֿון װיקיפּעדיע
רבי חנניא בן חכינאי
געבורט המאה ה־2
ישראל רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
פאך רב רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער

רבי חנניא בן חכינאי איז געווען א תנא, וואס ווערט דערמאנט דריי מאל אין משניות.

זיין צייט[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

רבי חנניא בן חכינאי איז געווען פון צווייטן דור תנאים, און פון אכטן דור נאך די אנשי כנסת הגדולה, דער דור וואס האט צוגעזען דעם חורבן פון צווייטן בית המקדש. [1]

ס'איז פארהאן א מיינונג אז רבי חנניא בן חכינאי איז געווען איינע פון די עשרה הרוגי מלכות.[2]

צוויי רבי חנניא בן חכינאי[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

דער ערשטער:

  • דער רמב"ם [4] רעכענט אויס רבי חנניא בן חכינאי צווישן דער ליסטע פון תנאים וואס ווערען דערמאנט נאר איינמאל אין דער משנה
  • דער ספר יוחסין שרייבט רבן יוחנן בן זכאי איז געווען א חבר פון רבי חנניא בן חכינאי.

דער צווייטער:

  • די גמרא אין מסכת כתובות [5] פארציילט ווי אזוי רבי חנניא בן חכינאי איז אוועק געגאנגן פון זיין שטוב לערנען תורה נאך דער חתונה פון רבי שמעון בן יוחאי, איבערלאזנדיג זיין ווייב מיט א קליינע טאכטער אין געזעצען אין ישיבה צוועלף יאר.

די גמרא אין מסכת חגיגה [6] זאגט רבי חנניא בן חכינאי איז געווען א תלמיד פון רבי עקיבא.

אין משניות[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

  • מסכת כלאים פרק ד' משנה ח', ”רבי אליעזר בן יעקב אומר משום חנניא בן חכינאי, אפילו חרבה האמצעית, ואין בין שורה לחברתה שש עשרה אמות, לא יביא זרע לשם, וכו'”
  • מסכת מכות פרק ג' משנה ט', חנניא בן חכינאי אומר, אף הלובש כלאים, אמרו לו, אינו השם, וכו'”
  • מסכת אבות פרק ג' משנה ד', רבי חנניא בן חכינאי אומר, הנעור בלילה, והמהלך בדרך יחידי, והמפנה לבו לבטלה, הרי זה מתחייב בנפשו”


רעפערענצן[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

  1. רמב"ם הקדמה אויף משניות סדר זרעים פ"ד
  2. סדר הדורות בערכו
  3. כלאים פ"ד מ"ח
  4. רמב"ם הקדמה אויף משניות סדר זרעים פ"י
  5. כתובות ס"ב ע"ב
  6. חגיגה י"ד ע"ב