יוסי בן יועזר איש צרדה

פֿון װיקיפּעדיע
(אַריבערגעפֿירט פון יוסי בן יועזר)
יוסי בן יועזר איש צרדה
טויט 161 לפנה״ס רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער

יוסי בן יועזר איש צרדה, איז געווען א תנא, וואס ווערט דערמאנט זעקס מאל אין משניות.

זיין צייט[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

יוסי בן יועזר איש צרדה איז געווען פון ערשטן דור זוגות,[1] פון דריטן דור נאך די אנשי כנסת הגדולה,[2]

ערשטער זוג[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

יוסי בן יועזר איש צרדה איז געווען דער נשיא פון די סנהדרין, און יוסי בן יוחנן איש ירושלים איז געווען דער אב בית דין. צווישן זיי איז פארגעקומען דער ערשטער מחלוקת אין הלכה צווישן די חכמי ישראל, צו מען מעג סומך זיין אין יום טוב, יוסי בן יועזר איש צרדה האט געהאלטן אז נישט, און יוסי בן יוחנן איש ירושלים האט געהאלטן אז יא.[3]

איבער אים[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

יוסי בן יועזר איש צרדה איז געווען א כהן, אין דער משנה ריפט אים "חסיד שבכהונה".[4]

די משנה שרייבט ווען יוסי בן יועזר און יוסי בן יוחנן זענען נפטר געווארן, איז "בטלו האשכולות", ערקלערט רש"י: א מאן וואס פארמאגט אין זיך אלעס, תורה, יראת חטא, און גמילות חסדים.[5]

אין משניות[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

  • מסכת חגיגה פרק ב' משנה ב', יוסי בן יועזר אומר, שלא לסמוך, יוסי בן יוחנן אומר, לסמוך, וכו'”
  • מסכת חגיגה פרק ב' משנה ז', יוסי בן יועזר היה חסיד שבכהנה, והיתה מטפחתו מדרס לקדש, וכו'”
  • מסכת סוטה פרק ט' משנה ט', ”משמת יוסי בן יועזר איש צרדה ויוסי בן יוחנן איש ירושלים, בטלו האשכולות, וכו'”
  • מסכת עדיות פרק ח' משנה ד', ”העיד רבי יוסי בן יועזר איש צרדה, על איל קמצא, דכי, ועל משקא בית מדבחיא, דכיא, וכו'”
  • מסכת אבות פרק א' משנה ד', יוסי בן יועזר איש צרדה ויוסי בן יוחנן איש ירושלים קבלו מהם, יוסי בן יועזר אומר יהי ביתך בית ועד לחכמים, והוי מתאבק בעפר רגליהם, והוי שותה בצמא את דבריהם”


אין דער גמרא[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

  • יוסי בן יועזר היה לו בן וכו'” (בבא בתרא קלג ע"ב)

זעט אויך[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

רשימה:תנאים

רעפרענצען[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

  1. אבות פ"א מ"ד
  2. רמב"ם הקדמה אויף משניות סדר זרעים פ"ד
  3. חגיגה ט"ז ע"א
  4. חגיגה י"ח ע"ב
  5. סוטה פ"ט מ"ט