עליזה בלאך
געבורט |
13 אקטאבער 1967 (אלט 56) קרית גת, ישראל | ||||
---|---|---|---|---|---|
מדינה | ישראל | ||||
לערנארט | בר אילן אוניווערסיטעט | ||||
באשעפטיגונג | מלמד, פאליטיקער | ||||
| |||||
גאולה עליזה בלאך (געבוירן ט' תשרי ה'תשכ"ח, 13טן אקטאבער 1967) איז א ישראלישער דערציער וואס באדינט ווי בירגערמייסטער פון בית שמש.
לעבנסגעשיכטע[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]
זי איז געבוירן געווארן אין קרית גת צו יצחק און חנה בן-חמו, אימיגראנטן פון מאראקא, די פינפטע פון זיבן געשוויסטער. זי האט געלערנט אין דער אולפנא אין ערד. דערנאך האט זי שטודירט אין בר אילן אוניווערסיטעט וואו זי האט באקומען אן ערשטן דיפלאם אין מאטעמאטיק.
משפחה[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]
חתונה געהאַט מיט ד"ר אהרון בלאך, אַן עלטערער נעפראָלאָג אין הדסה עין כרם שפּיטאָל. מוטער פון פיר.