חיים ברוך האלבערשטאם
רבי חיים ברוך האלבערשטאם הי"ד (ה'תרמ"ז - ה'תש"ב), רב אין פריסטיק.
אפשטאם[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]
רבי חיים ברוך איז געבוירן ה'תרמ"ז (אומגעפעהר), צו זיין פאטער הרב מנחם מענדל האלבערשטאם, רב אין פריסטיק, א זון פון הרב אריה לייביש האלבערשטאם, רב אין דוקלא, א זון פון הרב דוד האלבערשטאם רב אין קשאנאוו, א זון פון הרב חיים האלבערשטאם, דער דברי חיים. און צו זיין מוטער מרת פייגא ביילא א טאכטער פון הרב יחזקאל שרגא האלבערשטאם, דער שינאווער רב.
רבנות[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]
רבי חיים ברוך
אין יאר ה'תרפ"ו נאך זיין פאטער'ס פטירה איז רבי חיים ברוך געווארן רב אין פריסטיק.
הסתלקות[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]
רבי חיים ברוך איז אומגעקומן אויף קידוש השם, הי"ד.
פאמיליע[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]
אין יאר ה'תרע"ב האט רבי חיים ברוך געהייראט מרת רייזל א טאכטער פון הרב יעקב קאפיל פרנס פון גארליץ. זיי זענען אומגעקומן צוזאמען מיט זייער פאמיליע אויף קידוש השם, הי"ד. זייערע קינדער:
- הרב דוד אריה האלבערשטאם (ה'תרמ"ז - ה'תש"ב) הי"ד, רב אין פריסטיק.ער האט געהייראט מרת האדיס א טאכטער פון הרב יוסף הלוי פרישערמאן רבי אין טאמאשאוו. זיי זענען אומגעקומן צוזאמען מיט זייער פאמיליע אויף קידוש השם, הי"ד. זייערע קינדער:
- יוסף מענדל האלבערשטאם.
- יוכבד האלבערשטאם.
- מרת רבקה, הי"ד, די ווייב פון הרב שלום האלבערשטאם, א זון פון איר פעטער הרב חנה האלבערשטאם דער קאלאשיצער רב
- הרב יעקב קאפל האלבערשטאם הי"ד.
- מרת יוכבד הי"ד.
- מרת צפורה הי"ד.
רעפערענצן[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]
- י"ג אורות - סיפורים דערציילט דורך רבי יענקלי לייזער דער פשעווארסקער רבי - ארויס געגעבן דורך זיין אייניקל הרב יוסף נפתלי וואגשאהל, ה'תשנ"ד
- אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר